Our matchers

משפחת ליפשיץ

משפחת ליפשיץ

לעילוי נשמת הרה"ח ר' שלמה ישעי בהרה"ח ר' יהושע ז"ל

Our matchers

ידיד בית באבוב בארה"ב

ידיד בית באבוב בארה"ב

Bnos Zion Bobov - London

Zeh Habinyan זה הבנין בהרחבת הדעת

זה הבנין בהרחבת הדעת


With gratitude and thanks to הקבה, we are currently in the process of buying a new building in the heart of Stamford Hill for our growing school ב''ה

Who would have ever believed, starting with just 5 girls, a little over 15 years ago, that the school would grow by such leaps and bounds? הודו לה

Renowned for its strong values, superior education and individualised and caring atmosphere, Bnos Tzion D'Bobov School has surpassed all expectations. With the second class graduating this summer, בעז''ה, and the number of enrolment applications going up each year, our present school building has become too overcrowded to house and accommodate all of our students. 

The generosity of our devoted benefactors have allowed us to come this far, however in order to take us to the next level, we turn to you.

Our aim is to educate and instill in our girls, the core values of the תורה and מסורה, in an ערליכע and צניעות׳דיג environment. With this new building we are opening the doors to the continuation of this beautiful legacy.


With your help זה הבנין / THIS BUILDING can become a reality.


This is our foundation!!

This is our future!!

And this is your chance to be a part of it!

Thanks to our generous matchers in this campaign, who have agreed to triple all donations if we reach our goal

That means every donation you give of £1 = £3 & every £100 = £300

Please help us with this campaign this coming Sunday- Monday 17-18 March 2019


תזכה למצוות

זה הבנין בהרחבת הדעת



געלויבט השי"ת אז מיר קענען מעלדן די פאזיטיווע בשורה טובה, מיר האלטן אצינד ביי די פריידיגע שטאפלען פון אפקויפן א הערליכער בנין אין הארץ פון סטעמפארד הילל, פאר אונזער מיידל שולע וואס איז שוין לאנג אויסגעוואקסן אינעם אלטן געביידע.

עס לאזט זיך ממש נישט גלייבן וויאזוי א שולע וואס האט זיך אנגעפאנגען מיט פינף מיידלעך, האלט שוין יעצט – א קארגע פופצן יאר שפעטער - ביי אזא גרויסע בית חינוך וואס מוז צוקומען צו א גיגאנטישער בנין, בעזרת השם יתברך.


"בנות ציון ד'באבוב" איז וועלט בארימט מיט איר געלונגענע חינוך און אויסטערלישע געטריישאפט צו די תלמידות, פיל מער ווי סיי ווער וואלט ערווארטעט. די צווייטע עידזש טוט שוין ב"ה גראדואירן דעם קומענדיגן זומער, און די צאל אפליקאציעס צום מוסדות הערט נישט אויף צו שטייגן וואס א יאר שפעטער, עד כדי כך אז מ'דארף שוין א פרישע געביידע.

א דאנק די הילף פון די גאר חשוב'ע נדבנים האט דאס געקענט צושטאנד קומען ביז אהער, אבער אצינד האבן מיר זיך דערזען אז מיר מוזן צוקומען צו אייער פערזענליכע הילף.

אונזער ציל איז א קלארע, אריינצולייגן אין די טייערע בנות ישראל די סאמע העכסטע און ריינסטע אריגינעלע תורה ווי אונזערע עלטערן האבן אונז געלערנט, מיט אן איידלקייט, דרך ארץ און צניעות אויפן העכסטן פארנעם וואס איז נאר פארהאנען. דאס וועט פארשטייט זיך פארזעצן ווייטער ביתר שאת וביתר עוז אין דעם פרישן בנין!

מיט אייער הילף וועט "זה הבנין" זיין א פאקט!

דאס איז אונזער יסוד!

דאס איז אונזער עתיד!

דאס איז אייער געלעגהייט צו האבן א חלק דערין!

דערביי טוען מיר זיך באדאנקען פאר די גוטהארציגע נדיבי עם וואס האבן מיט זייער ברייטהארציגקייט זיך אונטערגענומען צו מעטשן און טריפלען נתינה ביי נתינה, כדי מיר זאלן קענען דערגרייכן דעם ציל.

אין אנדערע ווערטער, יעדע פונט וואס איר גיבט, איז ווערד דריי פונט. און הונדערט פונט באדייט פאר אונזער קאסע דריי הונדערט פונט!

ביטע העלף ארויס מיט די קאמפיין דעם קומענדיגן זונטאג און מאנטאג 17-18 MARCH 2019.

תזכו למצוות


Success

Goal: £ 1,000,000

Bonus goal: £ 1,600,000

£ 1,547,226

96%